אטענס – א פאסאזשיר באן איז אראפגעפארן פון די שינעס אין צפון גריכנלאנד, איבערלאזנדיג פיר אומגעקומען און אמווייניגסטנס 5 אנדערע שווער פארוואונדעט, אריינגערעכנט דעם דרייווער פונעם באן.

דער באן איז געפארן פונעם הויפטשטאט אטענס צום שטאט סאלוניקי, ווען עס איז אראפגעפארן פון די שינעס מיט א ווילדקייט. איינס פון די וואגאנען האבן אריינגעקראכט אין א דערנעבנדיגע צוויי שטאקיגע הויז, וואו צוויי פאמיליעס האבן זיך געפונען בשעת'ן קראך. די איינוואוינער זענען אין איילעניש עוואקואירט געווארן אומגעשעדיגט, אבער דאס גאנצע געביידע וועט ווארשיינליך דארפן איינגעווארפן ווערן, ווייל דער וואגאן האט אריינגעקראכט מיט אזא אימפעט, אז עס האט אויסגעריסן די געביידע פונעם פונדאמענט און עס לאנט זיך יעצט בלויז אן אויפן צעבראכענעם באן וואגאן.

אויפן באן האבן זיך געפונען 100 פאסאזשירן, וואס באדייט אז כמעט יעדער איז ארויס אנע אפילו דאס מינדעסטע קריץ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל