
די פרישע ווידעא, וואס איז שוין די דריטע פון האמזא אין די לעצטע פאר וואכן, קומט אינדערצייט וואס עס איז אפגעצייכנט געווארן נאך א יארטאג פון ווען די אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט די געוואגטע אפעראציע אין אבאטעבאד, פאקיסטאן און געכאפט און אומגעברענגט אסאמא בין לאדין. אינעם פרישן ווידעא רופט האמזא צו אלע מוסולמענער איבער דער וועלט אז זיי זאלן נישט מער פרובירן צו פארן קיין סיריע צו קעמפן פאר דזשיהאד, נאר זאלן דורכפירן אטאקעס אין די ערטער און שטעט וואו זיי וואוינען, און ער הייבט ארויס אויך אטאקעס קעגן אידישע ציהלן רח"ל.
דאס קומט אינאיינעם מיט אן אויפדעקונג אז דאקומענטן פון בין לאדין'ס היים אין אבאטעבאד האבן געצייגט אז ער האט געוואלט אז האמזא זאל איבערנעמען על קאידא'ס פירערשאפט.
הוסף רשומת תגובה