מירון – די מדינת ישראל רעגירונג האט איבערגענומען קאנטראל פון הר מירון, מיט'ן כלומר'שטן אויסרייד אז זיי וועלן קענען בעסער קאנטראלירן דעם צושטאנד און פארזיכערן אז עס זאל נישט הערשן א כאאס אין לויף פונעם יו"ט ל"ג בעומר ווען הונדערטער טויזנטער אידן קומען אהין צו פראווען הילולת התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. למעשה האט זיך נעכטן ארויסגעשטעלט קליפ און קלאר אז נישט נאר וואס די איזראעלישע פאליציי זענען געשטאנען הילפסלאז און זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט'ן צושטאנד, נאר זיי האבן גאר אויך צוגעגעבן צום פאניק, און פילע טויזנטער זענען נישט אנגעקומען באצייטנס בעצם היומא דהילולא מתפלל צו זיין ביים הייליגן ציון, אלס רעזולטאט פון די אומקאמפּעטענץ.

ארויפקומענדיג אויפן בארג מירון, האבן די פאליציי געהאט אפגעשטעלט אלע באסעס און אויטאס פון בכלל ווייטער פארן, און פילע האבן דערציילט אז זיי זענען געזיצן אין די באסעס ממש פאר 2 שטונדן נאכאנאנד אנע זיך רירן אויפן שאסיי. ביים אריינקומען צופוסנס, האבן די פאליציי גענוצט פערדן און נאגייקעס צו האלטן גלייכע שורות פון מענטשן, און עדות האבן דערציילט אז עס זענען געווען עטליכע קליינע אינצידענטן וואו פאליציי אפיצירן זענען זיך באגאנגען מיט ברוטאליטעטן. ביי די באסעס און אויטאס אהיימצופארן פון מירון, האבן זיך אידן געשטעלט דאווענען שחרית זונטאג אינדערפרי, און די פאליציי זענען אנגעקומען מיט פערדן און געשטערט די מנינים דורכ'ן פאדערן גלייכע שורות.

עס איז יערליך פארהאן שטארקע אנגעלייגטקייט און טראפיק, אבער היי יאר איז דער כאאס און פאניק איז געווען אויף אזוי ווייט, אז ביים וועכנטליכן זיצונג פון די קאבינעט פון די ציוניסטישע רעגירונג, איז דאס געווען א הויפט טעמע אויפן טיש, און דער חבר כנסת המינים משה גפני האט זיך אויסגעדרוקט אז מירון זעהט אויס ווי א "דריטע וועלט לאנד". ערליכע אידן שלומי אמוני ישראל זאגן פאר די ציוניסטישע רעגירונג און זייערע פאליציי קרעפטן "מוחל טובות", פאר'ן קומען קיין מירון, מחלל זיין דעם הייליגן מקום מיט חילולי שבת און אנדערע עבירות, און נאכדערצו צוצוגעבן צום כאאטישן צושטאנד. מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל