טייסיר אַבו סנעינע (Tayseer Abu Sneineh), די פאַראורטיילטער מערדער פון זעקס אידן, איז געווען שבת ערוויילט געוואָרן אַלס מעיאָר פון חברון דורך די פאַטאַח פאַרטיי.

אַבו סנעינע איז געווער איינע פון די פיר פּאַלעסטינער וואס זענען געשטאנען אונטער די מאָרד פון זעקס בחורים, תלמידי ישיבה, אין 1980.

די בחורים, אריינגערעכנט צוויי אַמעריקאַנער בירגער און אַ קאַנאַדישער, זענען טייל פון אַ גרופּע וואָס האָט געטאַנצט פון די מערות המכפלה ביז צו בית הדסה אין חברון, ווען אַבו סנעינע און זיין טעראָר צעל האָט געעפנט הייס פייער. די זעקס בחורים זענען נעבעך גע'הרג'עט געוואָרן און 16 אַנדערע זענען פאַרוואָונדעט געוואָרן. הי"ד!

די פּאַלעסטינער זענען פאַראורטיילט פאַר די מאָרד און פאַרשיקט צו לעבנסליכע טורמע, אָבער זענען שפּעטער אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין אַ אַרעסטאַנטן-אויסטויש וואָס מדינת ישראל האָט דורכגעפירט איבער די 1980'ער יאָרן. טייסיר אַבו סנעינע איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין אַ אַרעסטאַנטן-אויסטויש אין 1983.

אין רעאַקציע צו די וואַלן, האָט דעפּיוטי הויפט פון די שומרון רעגיאָנאַלע קאָונסיל דודי בן ציון גערופן פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ צו מבטל זיין די פּלאַנירטער באַגעגעניש מיט די פּאַלעסטינישע אויטאָריטעט פּרעזידענט מאכמוד אַבאַס.

"קיין איינער איז נישט איבעראַשט אַז די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט לערנט אויס מאָרד, מוטיגט טעראָריזם און אַז די רוצחים זענען זייער קולטוראַלע העלדן און די פירער פון זייער יונגער דור", האָט בן ציון געזאָגט. "טאָ וואָס איז נייעס? אין אַ וואָך מיט צוויי טעג וועט דאָנאַלד טראָמפּ לאַנדענען אין מדינת ישראל און לויט ווי די מידיאַ מעלדט וועט ער איז פילייכט שטופּן פאַר עפעס א דיפּלאָמאַטישע פּראָצעס צווישן מדינת ישראל און די אַראַבערס, די זעלבע אַראַבערס וואס האָבן היינט ערוויילט אַ מעיאָר און אַ מערדער. הער פּרעזידענט, אויב איך וואָלט געווען אייך [...], וואָלט איך נישט געוואָלט פאַרשעמט ווערן. אויב איר האָט זעלבס-רעספּעקט, קלערט איבער אייער באזוך צו אַבּאַס וואס פאַרלייקענט די האָלאָקאָוסט און מוטיגט מאָרד".


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל