אַמעריקאַנער זענען אין "איבער זייערע קעפּ" (אַ ענגלישע אויסדרוק צו זאָגן "טיף אַריין") ווען עס קומט צו קרעדיט קאַרד חובות.

דער דורכשניטליכער פאַרשולדיגטער קרעדיט קאַרד (פאַרשולדיגט = שולדיג מער ווי די טראַנזאַקציעס פון די לעצטע חודש) באַזיצער טראָגט אַ אַרויסשטייעדיגע באַלאַנס פון $5,849, לויט צו וואַללעטהוב (WalletHub). צוזאַמען, זענען די אַמעריקאַנער שולדיג געווען $927.1 ביליאָן אויף קרעדיט קאַרדס ביי די דריטע קוואַרטל פון די יאָר 2016.

דורכגייענדיג די ליסטע פון שטעט, קומט וועסט טשעסטער, פענסילוועניע אַרויס די אַרגסטע, מיטן שולדיג זיין 41.43% פון זייער יערליכע איינקונפט. די פיפט-ערגסטע איז אונזער-באַקאַנטער מאָנסי, מיט 40.21% פון זייער איינקונפט פאַר'חוובות'ט ($18,825 דורכשניטליכע איינקונפט, קעגן $7,569 אין דורכשניטליכע חובות).

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל