וואשינגטאן – נעכטן האט דער יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן אז דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענשטיין וועט קומען דאנערשטאג צום סענאט און וועט אפהאלטן א ספעציעלע זיצונג מיט אלע הונדערט סענאטארן און זיי ערקלערן פונקטליך פארוואס טראמפ האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון זיין פאזיציע אלס עף-בי-איי דירעקטאר.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט געשריבן אריגינעל אז ראזענשטיין'ס לעגאלע בריוו מיט אויסגערעכנטע סיבות קעגן קאומי, איז געווען דער זאך וואס האט אים געשטופט צו מאכן דעם באשלוס ארויסצואווארפן קאומי. דער זיצונג וועט זיין פריוואט מיט די סענאטארן, אבער מען ערווארט צו הערן נאכדעם וואס די סענאטארן האבן צו זאגן און צי די וועלכע האבן קריטיקירט טראמפ פאר'ן ארויסווארפן קאומי, וועלן זיין סאטיספאקצירט מיט ראזענשטיין'ס פרעזענטאציע. אין קאנגרעס האט קאנגרעס מינאריטעט פירער נענסי פעלאוסי געזאגט אז ראזענשטיין מוז אויך קומען אין קאנגרעס געבן אזא פרעזענטאציע, אבער מען האט דערווייל נישט געהערט אן אנטווארט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל