דזשערבא – מער ווי דריי טויזנט אידן האבן זיך פארזאמלט אויפן אינזל דזשערבא (Djerba) אין טוניזיע, אפצוהאלטן די יערליכע היסטארישע ל"ג בעומר פייערונג ביים גאריבא שוהל, וועלכע איז די עלטסטע שוהל אין גאנץ אפריקע. די לאקאלע רעגירונג האט צוגעשטעלט גאר שטארק וואך, צוליב'ן זארג פון טעראר אטאקעס, אבער די פייערונגען דערווייל זענען אריבער רואיג און אומגעשטערט. עס האבן זיך היי יאר פארזאמלט דארטן כמעט דאפלט מענטשן ווי פאראיאר, ווען עס איז געווען אן ערנסטע שרעק נאך א סעריע טעראר אטאקעס אין טוניזיע, וואס זינט דאן האט זיך שוין דער מצב בארואיגט.

די פייערונג איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס די טוניזיער רעגירונג האט אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו די יו-ען צו פארלאנגען אז דער אינזל זאל דערקלערט ווערן אלס אן אינטערנאציאנאל-אנערקענטע היסטארישע ארט צוליב איר רייכע אידישע פארגאנגענהייט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל