מאסקווע – די "קאספארסקי" סייבער עקספערטן פירמע האט נעכטן געזאגט אז זי האט אנטדעקט באווייזן אז די קאמוניסטישע צפון קארעא איז געשטאנען אונטער די מאסיווע סייבער אטאקע וואס האט פאסירט פאריגע וואך פרייטאג, ווען הונדערטער טויזנטער קאמפיוטערס איבער דער וועלט זענען אינפעקטירט געווארן מיט א וויירוס, און ספעציפיש אין ענגלאנד וואו שפיטעלער זענען געגאנגען כאדאראם צוליב דעם.

אין א זייטיגע אנטוויקלונג ארום די כוואליע סייבער אטאקעס איבער דער וועלט, האט מען געהערט אז נעכטן האט זיך דער זעלבער סארט וויירוס – וועלכע פארשפארט אלע פיילס פונעם קאמפיוטער און די פיילס ווערן נאר באפרייט נאכ'ן באצאלן אויסלייז געלט פאר די העקערס – אויסגעשפרייט אין עטליכע לענדער אין אזיע, ספעציפיש כינע וואו מער ווי 30 טויזנט קאמפיוטערס זענען אינפעקטירט געווארן דערמיט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל