פראנקרייך – עמאנועל מאקרון, דער נייער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער וועלכער איז איינגעשוואוירן געווארן צום אמט זונטאג, האט געמאלדן אז ער האט אויסגעוועלט עדוואַרד פילליפּ (Edouard Philippe) צו דינען אלס זיין פרעמיער מיניסטער.

דער אויסוואל האט איבערראשט די פראנצויזישע פאליטישע וועלט, וויבאלד פיליפע איז א פירנדער פיגור פון די קאנסערוואטיווע באוועגונג אין פראנקרייך, און מאקרון ווערט באטראכט אלס צענטריסט-ליבעראלער פאליטישאן. פאליטישע אנאליסטן האבן אבער געזאגט אז מאקרון'ס שריט איז סטראטעגיש גאר קלוג, ווייל ער וויל קריגן מער שטיצע פאר זיין צענטריסטישע פארטיי, וועלכע שטייט אויס שווערע פארלאמענטארע וואלן אין געציילטע וואכן ארום, וואס די שטיצער פון די באזיגטע קאנדידאטקע מארינא לא-פען קאמפיינען העפטיג אריינצושטעלן זייערע פאליטישאנס אינעם פארלאמענט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל