וואשינגטאן – דער "וואשינגטאן פאוסט" האט נעכטן באריכטעט א באמבע אויפדעקונג, אז ווען די צוויי רוסישע באאמטע, אויסערן מיניסטער לעווראוו און אמבאסאדאר קיזליאק, האבן פאריגע וואך מיטוואך באזוכט אינעם אוועל אפיס, האט פרעזידענט טראמפ מיטגעטיילט מיט זיי גאר האקעלע קלאסיפייד אינפארמאציע וואס אמעריקע האט געהאט אריינבאקומען פון איר אן אליאירטע לאנד איבער אן אקטיווע אייסיס געפאר פון באמבעס אריינגעשטעלט אין לעפטאפס אויף פליגערס.

טראמפ האט מיטגעטיילט מיט די רוסן די אינפארמאציע אנדעם וואס ער זאל פרעגן ערלויבעניש ביי די אליאירטע לאנד פון וועמען ער האט באקומען די אינפארמאציע, און אויך האט ער דערציילט פונקטליך פאר די רוסישע באאמטע וויאזוי די אינפארמאציע איז געשאפן געווארן און פונקטליך אין וועלכע שטאט אונטער אייסיס קאנטראל מען האט באקומען די אינפארמאציע – וואס אזעלכע האקעלע אינפארמאציע אז ס'קומט אן אין די נישט-ריכטיגע הענט, קען דאס האבן ערנסטע טויטליכע קאנסעקווענצן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל