וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן אומדירעקט געאורטיילט אז די "וויילער אידענטיפיקאציע" געזעץ אין צפון קאַראָליינע איז נישט אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנעל און עס דיסקרימינירט קעגן מינאריטעטן.

נארט קאַראָליינע סטעיט באאמטע האבן שוין געהאט איינגעשטעלט די שטרענגע וויילער אידענטיפיקאציע געזעצן מיט עטליכע יאר צוריק, און יומען רייטס גרופעס האבן באלד אונטערגענומען א געריכטליכן קאמף וועלכע ציהט זיך שוין עטליכע יאר, ווען די אקטיוויסטן פרובירן צו ברענגען באווייזן אז די געזעצן זענען געצילט צו שטערן שווארצע און אנדערע מינאריטעטן וויילער פון אפגעבן זייערע שטימען.

נעכטן האט דער סופרים קאורט געזאגט אז זיי וועלן נישט אורטיילן אויפן קעיס, נאר וועלן עס צוריקשיקן צום נידריגערן פעדעראלן אפעלאט געריכט, וועלכע האט שוין געזאגט קלאר אז דער געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל