עלאן מאסק'ס ווילדע טראפיק לעזונג

קאליפארניע – עטליכע וואכן צוריק איז געווען אין די נייעס אז עלאן מאסק, דער גרינדער פון "ספעיס-עקס", "טעסלא" און אנדערע פירמעס, האט געזאגט אז ער פלאנירט צו טרעפן א לעזונג צו די מאסיווע טראפיק אנשטויסענישן איבער'ן לאנד, און ער האט פאר דעם צוועק געגרינדעט "די גראבונג פירמע" צו טרעפן א נייעם סארט פארגעשריטענעם טונעל פאר טראנספארטאציע.

אצינד האט מאסק שוין ארויסגעגעבן דעטאלן פון זיין געדאנק, וועלכע וועט ארבעטן ווי פאלגענד: מען וועט גראבן טונעלן פאר קארס פונקט ווי מען גראבט יעצט, אבער אנשטאט וואס די מאטאריסטן זאלן אליינס דרייוון אין די טונעלן, וואס ברענגט די אנשטויסעניש און קאמפליקאציעס, וועלן די טונעלן נישט האבן קיין טראדיציאנעלע שאסייען, נאר אן עלעקטראניש-געטריבענע פלאטפארמע. ביים עפענונג פונעם טונעל וועט נאר איין קאר אויפאמאל קענען אריינגיין, און דער קאר וועט ארויפגעשטעלט ווערן אויף די פלאטפארמע, וועלכע וועט פליען ביי א שנעלקייט פון 130 מייל פער שטונדע און שיסן דעם קאר צום אנדערן עק פונעם טונעל, וואו דער קאר וועט ווערן אויסגעשפיגן פונעם טונעל און דער דרייווער וועט צוריקבאקומען קאנטראל פונעם קאר.

מאסק האט שוין אנגעהויבן פראבעס אויף זיין ווילדן געדאנק, דורכ'ן גראבן א פראבע-טונעל אויף איינס פון זיינע פריוואטע פראפערטיס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל