סטארבאקס שוואך פארדינט אין לעצטן פערטל

ניו יארק – די סטארבאקס קאווע געשעפטן נעץ האט פארעפנטליכט איר פינאנציעלן באריכט פונעם לעצטן פערטל, און עס צייגט אז די פירמע איז פיל שוואכער געוואקסן ווי וואל סטריט האט געהאט דערווארט.

די פירמע'ס פארדינסטן זענען געשטיגן מיט 3 פראצענט, אבער דאס איז געווען בלויז ווייל ס'זענען געשטיגן די פרייזן פון געוויסע סארט געטראנקען, וועלכע ווערן פארקויפט אין אירע געשעפטן.

אלעס אינאיינעם האבן ווייניגער קאסטומערס איינגעקויפט אין אירע געשעפטן, און אין א סטעיטמענט האט האוערד שולץ, דער הויפט עקזעקוטיוו, געזאגט אז די סיבה איז ווייל עס האבן זיך געמאכט טעכנאלאגישע קאמפליקאציעס מיט איר "באשטעל און באצאל אויפ'ן סעלפאן", וואס האט געברענגט אז מענטשן, וועלכע זענען אריינגעקומען אין א סטארבאקס מיט'ן ציל עפעס צו באשטעלן, האבן למעשה געהויבן פיס און ארויסגעגאנגען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל