אלבאני ארבעט צו זען טראמפ'ס שטייערן

אלבאני – דעמאקראטישע לעגיסלאטור און סטעיט סענאט מיטגלידער האבן אנגעהויבן דעם פראצעדור פון אויפברענגען א ניי געזעץ, וואס וועט לויט זיי צווינגען פרעזידענט טראמפ ארויסצוגעבן זיינע טעקס רעטוירן דאקומענטן.

דאס געזעץ וואס די דעמאקראטישע ניו יארקער געזעצגעבער שטעלן צוזאם זאגט, אז די סטעיט שטייער אויטאריטעטן מוזן ארויסגעבן פאר'ן פובליק אמווייניגסטנס 5 יאר פון רעקארדס פון יעדן פרעזידענט אדער וויצע פרעזידענט וועלכער פיילט א טעקס ריטוירן אין ניו יארק, און דער געזעץ פארשלאג דערמאנט נישט קיין איין ווארט ספעציפיש איבער טראמפ.

אויב דאס געזעץ ווערט באשטעטיגט, הגם ס'איז נישטא קיין גרויסע שאנסן ווייל די רעפובליקאנער קאנטראלירן דעם סטעיט סענאט, וועט דער פובליק זען טראמפ'ס סטעיט טעקס רעטוירנס. און טראץ זיינע פעדעראלע טעקס דאקומענטן וועלן נאך אלץ בלייבן אין געהיים, וועט דאס געבן א בליק אויף זיינע פארמעגנס און וויפיל שטייער ער צאלט יערליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל