דעבלאזיא צוימט  אימיגראנטן-הילף געלטער

ניו יארק – מעיאר ביל דעבלאזיא האט געזאגט, אז טראץ וואס זיין אדמיניסטראציע וויל זיך שטארק אננעמען פאר די רעכטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועמען די טראמפ אדמיניסטראציע וויל דעפארטירן, וועלן אבער זיין פארשידענע צוימונגען אויף די שטאטישע הילף וואס אזעלכע אימיגראנטן וועלן באקומען.

דעבלאזיא זאגט אז די סיטי האט אוועקגעשטעלט מער ווי זעכצן מיליאן דאלער צו באצאלן פאר לאיערס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן אין ניו יארק סיטי וועלכע שטייען אויס צו ווערן דעפארטירט, אבער דעבלאזיא שטעלט קלאר אז אויב עס האנדלט זיך פון אן אומלעגאלן אימיגראנט וועלכער איז באגאנגען א קרימינאלער אקט (די סיטי האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון 170 סארטן קרימינאלע אקטן וואס וועלן אריינגיין אין דער קאטעגאריע), וועט די סיטי נישט צאלן פאר יענעמ'ס לאיערס און וועט גארנישט טאן צו בלאקירן די פעדעראלע רעגירונג פון יענעם דעפארטירן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל