יו-פּי-עס איינגעשטעלטע סטראשען מיט סטרייק

ניו יארק - עס איז דא אן ערנסטע מעגליכקייט אז א סטרייק וועט דערקלערט ווערן ביי יו-פי-עס לופט ארבעטער.

דער ארבעטער פאראיין, וועלכע רעפרעזענטירט צוועלף הונדערט ארבעטער וועלכע זענען איינגעשטעלט ביי דער ״לופט מעינטענענס״ אפטיילונג פון יו-פי-עס, האט אנגעהויבן געשפרעכן מיט די עקזעקוטיוון פון דער פירמע און ווילן באקומען העכערע בענעפיטן און געהעלטער פאר די איינגעשטעלטע, און אויב זיי באקומען נישט זייער וואונטש, וועלן די ארבעטער גיין אויף א סטרייק. אויב די סטרייק וועט טאקע אריינגיין אין קראפט, וועט עס שטארק מעגליך אפעקטירן די ליפערונגען פון יו-פי-עס וואס ווערן געמאכט דורך איר פלאטע פליגערס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל