קאליפארניער פּיסטוקעס פארמער ברויזן
קאליפארניע – אין דער צייט וואס אמעריקע און איראן האמערן נאך אויס פארשידענע קאמפליקאציעס, וואס זענען פארבליבן זינט די צוויי לענדער האבן געשלאסן אן אפמאך איבער נוקלעארע וואפנס, הערט מען אז פארמער אין קאליפארניע, וועלכע וואקסן און פארקויפן פּיסטוקעס (Pistachio) ניסלעך, ברויזן אויף דעם וואס דערווייל הייסט עס אז איראנער פארמערס, וואס פארקויפן די סארט ניסלעך, וועלן ערלויבט ווערן אריינצוקומען אינעם אמעריקאנער מארקעט און אויך פארקויפן די ניסלעך.

ביז יעצט איז דא א 241 פראצענט אימפארט שטייער, וואס די איראנער פירמעס דארפן באצאלן צו קענען אריינברענגען די ניסלעך קיין אמעריקע, וואס האט עס געמאכט פאר זיי אוממעגליך. אבער אויב אלע געפלאנטע סאנקציע-אויפלעזונגען גייען אריין אין קראפט, וועט דער שטייער אראפגענומען ווערן. האבן דעריבער די קאליפארניער ניסלעך פארמער אנגעהויבן לאביאירן אין וואשינגטאן, מ'זאל יא אנהאלטן דעם הויכן שטייער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל