9 פאטאליטעטן פון  שטורעמס אין דרום ראיאן

טעקסאס – א סעריע טארנעידאס זענען באפאלן עטליכע דרום שטאטן אין אמעריקע, אריינגערעכנט עטליכע אין די איסט טעקסאס קאונטי, פון וועלכע 4 זענען אומגעקומען, ווען שווערע ווינטן, פאלנדיגע ביימער און ערנסטע פארפלייצונגען האבן אומגעברענגט נאך 5 אין דערנעבנדיגע שטאטן.

3 טארנעידאס זענען באשטעטיגט געווארן דורך די נאציאנאלע וועטער סערוויס אין קענטאן, א שטעטל ארום 60 מייל ווייט פונעם טעקסאס הויפטשטאט דאלאס, וואו די ווינטן האבן איבערגעדרייעט קארס, אויסגעריסן ביימער, פארניכטעט הייזער, און איבערגעלאזט די לאקאלע שאסייען מיט ברוכווארג און געפאלענע עלעקטערישע דראטן.

טעקסאס גאווערנאר, גרעג עבאט, האט באשטעטיגט עמורדזשענסי געלטער פאר א "זוך און ראטעווע" אפעראציע אינעם באטראפענעם ראיאן, און האט באשטעטיגט אז עס זענען דא צענדליגער פארוואונדעטע.

די אנדערע באטראפענע סטעיטס זענען אקלעהאמע, מיזורי, מיסיסיפי, ארקענסא און אינדיאנא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל