וואשינגטאן – פלארידע קאנגרעספרוי אילאנא ראס-לעטינען האט נעכטן געמאלדן, אז זי וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין יאר 18', נאר וועט רעטייערן פון קאנגרעס.

די נייעס איז אויפגענומען געווארן מיט שאק אין וואשינגטאן, זייענדיג נישט דער ערשטער רעפובליקאנער קאנגרעס זיץ וואס וועט זיין ליידיג אין יאר 18' ביי די מידטוירם וואלן. קאנגרעספרוי לעטינען איז צום ערשטן מאל ערוועלט געווארן צו קאנגרעס מיט 38 יאר צוריק, זייענדיג דאן די סאמע ערשטער קובאנער-אמעריקאנער ערוועלט צו ווערן צו קאנגרעס. אין לויף פון אירע יארן אלס רעפובליקאנער אין קאנגרעס איז זי געווען א שטארק-איינפלוסרייכע מעסיגע פיגור, און אין די פארלאפענע וואלן האט זי נישט באהאלטן איר קריטיק קעגן דאנאלד טראמפ.

לעטינען זאגט אז איר קעגנערשאפט צו פרעזידענט טראמפ האט נישט קיין שום ראלע אין איר באשלוס צו רעטייערן, אבער דעמאקראטן האבן זיך שוין אנגעהויבן שארפן די ציין איבערצונעמען איר זיץ, וויבאלד זי דינט אין א דעמאקראטישע דיסטריקט וואס פרוי קלינטאן האט געוואונען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל