"פארגאז די אידן" געפירקלט אין וואשינגטאן סטעיט

ספאוקען – א געביידע אין ספאוקען, וואשינגטאן סטעיט וועלכע דינט אלס צענטער פאר פארשידענע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, אריינגערעכנט אידישע, איז וואנדאליזירט געווארן מיט העסליכע אנטיסעמיטישע גראפיטי.

די אנטיסעמיטישע אויפשריפטן זענען געפונען געווארן אויף דער דרויסנדיגער וואנט פון דער געביידע מיט "טשאלק", און צווישן די לאזונגען זענען אזעלכע אויסדרוקן ווי "היטלער האט גארנישט שלעכטס געטאן", "פארגאז די אידן", "אידן ריין" און "ראסע קריג יעצט!"

די לאקאלע פאליציי, וועלכע זענען באלד אלארמירט געווארן און האבן געהאלפן ארבעטער פון דער געביידע אפצואוואשן די גראפיטי, פירן אן אויספארשונג צו דערגיין ווער ס'איז געשטאנען אונטער די גראפיטי.

די זעלבע געביידע איז פאריגן מאנאט געפאלן אלס א קרבן פון ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע ליפלעטן אויסגעשפרייט פארנט פון די אריינגענג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל