אביגדור ליבערמאן רייצט זיך מיט צפון קארעא

א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב דער מדינת ישראל רעגירונג האט זיך געעפנט דאס מויל און זיך גערייצט קעגן דעם שרעקעוודיגן און ברוטאלן רעזשים פון צפון קארעא.

דער איזראעלישער פארטיידיגונגס מיניסטער, אביגדור ליבערמאן, האט אין אן אינטערוויו אראפגעריסן דעם פירער פון דעם צפון קארעא רעזשים, קים יאנג אן, אלס א "ווילדער גייסטיש-צערודערטער פארשוין", וואס דאס האט באלד געברענגט א שארפע רעאקציע פון צפון קארעא, וועלכע האט געסטראשעט צו לאזן אין גאנג "אומ'רחמנות'דיגע אקציעס" קעגן מדינת ישראל.

די ווילדע רייד פון מיניסטער ליבערמאן האט אנגעדרייט, ס'זאל זיך שאפן א פריינטשאפט צווישן צפון קארעא און כאמאס, וועלכע האט נעכטן אין א סטעיטמענט זיך באדאנקט פאר צפון קארעא פאר אירע סטראשונקעס קעגן מדינת ישראל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל