Image result for BREXIT

בעלגיע – פארשטייער פון די 27 אייראפעאישע יוניאן לענדער האבן שבת זיך צוזאמגעזעצט צו דיסקוסירן דעם ברעקזיט, און אלע האבן זיי אויסגעדריקט דעם זעלבן סענטימענט, מיט'ן ווארענען ענגלאנד נישט זיך צו ריכטן אויף א גרינגער "אפשיידונג" פונעם אייראפעאישן פאראיין.

זשורנאליסטן וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי דער זיצונג זאגן אז ס'איז געווען א זעלטענע רואיגע און פריינטליכע אטמאספערע צווישן די אלע אייראפעאישע לענדער, וועלכע זענען אצינד פאראייניגט אין זייער אויפברויז און זארג איבער די קאנסעקווענצן וואס ענגלאנד'ס פארלאזן דעם יוניאן וועט האבן אויפ'ן גאנצן קאנטינענט.

אין רעאקציע צו די ווארענונגען פונעם אייראפעאישן יוניאן, האט בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי נעכטן געזאגט אז זי פארשטייט אז די ברעקזיט געשפרעכן וועלן נישט זיין גרינג, ווייל מ'וועט דארפן אויסארבעטן יעדן דעטאל, אנגעהויבן פון גרעניצן, אימפארט-עקספארט און געענדיגט ביי די מינדערוויכטיגסטע זאכן. מעי האט אבער געזאגט אז אויב וועט זי נישט באקומען קיין גוטן דיעל מיט'ן יוניאן, וועט זי אוועקשפאצירן פונעם טיש און אפשטופן דעם ברעקזיט ביז די יוניאן לענדער וועלן איר געבן א בעסערן דיעל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל