אנקארא – טערקישע אויטאריטעטן האבן ארעסטירט אן איראנער בירגער, וואס טערקיי זאגט אז יענער האט פרובירט צו שמוגלען טיילן פון רוסיש-פאבריצירטע אנטי-טאנק מיסילס ארויס פון טערקיי מיט'ן ציל זיי צו ליפערן צו אן אומאידענטיפיצירטער טעראר ארגאניזאציע.

די "קאסטומס און האנדלס" מיניסטעריום אין טערקיי זאגט אז דער פארשוין איז ארעסטירט געווארן ביי א פּארט אין שטאט זאנגולדאק, ווען די אויטאריטעטן האבן אונטערגעזוכט יענעמ'ס טראק, וועלכע איז אנגעקומען צום פארט דורך א שיף פון אוקראינע, און געטראפן דערויף די מיסיל טיילן. לויט די טערקישע באאמטע, האט דער פארשוין אריינגעברענגט די מיסיל טיילן קיין טערקיי, וועלנדיג טרעפן עמעצן וואס זאל עס אים פאררעכטן, און דערנאך, איז דער פלאן געווען, זיי צו ליפערן פאר א טעראר ארגאניזאציע, טראץ וואס ס'איז דערווייל נישט קלאר צו וועלכע טעראר ארגאניזאציע דער פארשוין באלאנגט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל