סעאל – רעגירונג באאמטע אין דרום קארעא האבן נעכטן געזאגט, אז זיי האבן באקומען פארשפרעכונגען פון דער אמעריקאנער רעגירונג אז אמעריקע וועט ווייטער באצאלן די קאסטן פון אוועקשטעלן די מיליטערישע "מיסיל שוץ" סיסטעמען.

דאס אוועקשטעלן די אמעריקאנער טייערע מיסיל שוץ סיסטעמען אין דרום קארעא איז פארארדענט געווארן דורך דעם געוועזענעם פרעזידענט, באראק אבאמא, וועלכער האט דאס אונטערגענומען אלס א הויפט מעטאד אין אפשרעקן די קאמוניסטישע צפון קארעא פון אונטערנעמען אגרעסיעס קעגן דרום קארעא.

טראמפ האט אין לויף פונעם פרעזידענט קאמפיין געהאט געזאגט אז דרום קארעא וועט מוזן דעקן כאטש א טייל פון די קאסטן פונעם מיסיל שוץ סיסטעם, ווייל ס'איז אומ'יושר'דיג אז אמעריקע זאל דארפן אלעס באצאלן, אבער נעכטן האט מען געהערט פון פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס אז אמעריקע וועט, אמווייניגסטנס אויף דערווייל, יא ווייטער באצאלן פולקאם די קאסטן דערפון.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל