אמעריקע שטייט בעפאר  באמבע-מאנגל צוליב  אנטי-אייסיס אפעראציעס
וואשינגטאן – א הויכראנגיקער אמעריקאנער גענעראל האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג, אז דאס אמעריקאנער מיליטער האלט אט ביי אן ערנסטן קריטישן מאנגל אין באמבעס, וואס איז א דירעקטער רעזולטאט פון די מאסיווע באמבארדירונגען וואס זי פירט דורך קעגן אייסיס אין סיריע, איראק און אפגאניסטאן. גענעראל אדמיראל הערי העריס, וועלכער קאמאנדירט די אנטי-אייסיס אפעראציעס, האט אויפגעטרעטן פאר דער סענאט מיליטערישער קאמיטע, אין וועלכע ער האט געגעבן אן אפדעיט איבער'ן קאמף קעגן אייסיס, און ביי דעם אויפטריט געזאגט אז דער סענאט מוז וואס שנעלער באשטעטיגן פרישע געלטער אויף נאך באמבעס, ווייל די זאפאסן ווערן אלס לויזער און ליידיגער.

אין א זייטיגער אנטוויקלונג האט דאס אמעריקאנער מיליטער ארויסגעגעבן פארשידענע ציפערן איבער'ן אנגייענדיגן קריג קעגן אייסיס, זאגנדיג אז זינט די אנטי-אייסיס אפעראציעס האבן זיך אנגעהויבן, ווען געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט עס געלאזט אין גאנג אין יאר 14', זענען 352 ציווילע אומגעקומען אלס אומדירעקטע קרבנות פון די אמעריקאנער און אליאירטע באמבארדירונגען אויף אייסיס צילן. דער פענטאגאן זאגט אז ס'זענען פארהאן נאך 42 ציווילע פאטאליטעטן, וואס זי פארשט אויס צי ס'איז געווען דער רעזולטאט פון אמעריקאנער באמבארדירונגען, אבער די בריטישע "יומען רייטס אבזערוועטארי" זאגט אז דער ציפער פון 352 איז לעכערליך, ווייל איר שאצונג האלט ביי מער ווי דריי טויזנט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל