אנטי-אייסיס אפעראציעס האבן שוין געקאסט 352 ציווילע קרבנות

א פרישע באריכט פון די מיליטער צייגט אז זינט אמעריקע האט אנגעהויבן אירע אפעראציעס קעגן אייסיס מיט ארום דריי יאר צוריק זענען שוין ארום 352 ציווילע אומגעקומען אין די באמבאדירונגען, שרייבנדיג אין א סטעיטמעט אז ״מיר דרוקן אויס פארדרוס און ווייטאג אויף די אומווילנדע טויט פון ציווילע וואס זענען אומגעקומען אין לויף פון אונזער אפעראציע צו עלימינירן אייסיס״

פאריגע פעברואר האט די מיליטער ארויסגעגעבן די ציפער פון 229 פאטאליטעטן, די יעציגע באריכט נעמט אריין 45 נייע טויטפעלער, און נאך 80 וואס זענען פריער נישט באריכטעט געווארן, די זעלבע באריכט זאגט אויך אז נאך 45 טויטפעלער זענען נאך אונטער אויספארשונג, די מערהייט דערפון זענען פארבינדען צו אפעראציעס אין מאסול די לעצטע מאנאט, וואס באריכטן אין די פרעסע זאגן אז עס האט געקאסט פילע ציווילע לעבנס.

דאס קומט נאכדעם וואס די קאאליציע האט שוין זינט די אנהויב פון די אפעראציעס אין 2014 דורכגעפירט איבער 20ֿ,000 אטאקעס, און די מיליטער זאגט אז עס ווערן גענומען גאר פראדוקטיווע שריט צו פארמיידן ציווילע טויטפעלער אבער טיילמאל איז עס אומפארמיידבאר.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל