יאפאן שיקט איר גרעסטע מיליטערישע שיף צו באגלייטן אמעריקאנער פלאטע נעבן נארט קארעא

יאפאן - א לאנד וואס טוט גאר זעלטן נוצן איר מיליטער - האט ארויסגעשקיט איר גרעסטע מיליטערישע שיף צו באגלייטן די אמעריקאנער נעיווי פלאטע, וואס נעמט אריין די לופט-געצייג טרעגער ״קארל ווינסטאן״. די מיסיע פון די יאפאנער נעיווי איז די ערשטע אפעראציע זינט יאפאן האט דורכגעפירט קאנטרווארסיעלע רעפארמען אין איר מיליטער, און האט אויסגעברייטערט איר מיליטערישע מאכט צום ערשטן מאל זינט די צווייטע וועלטס קריג.

יאפאן האט נאך איר וויסטע מפלה ביים צווייטן וועלט קריג - ווען זי איז באטראפן געווארן פון אטאם באמבעס - געשריבן א נייע קאנסטיטוציע וועלכע דערקלערט דאס לאנד אלס פאציפיסטיש, דאס הייסט אז זי טוט נישט נוצן קיין מיליטערישע מאכט אויף קיין שום פאל, בלויז ווען זי ווערט אטאקירט און דארף זיך פארטיידיגן, אבער די יעצטיגער פרעמיער מיניסטער וועלכער איז א רעכטער און ווערט באצייכנט אלס קריגסלוסטיג זוכט צו טוישן די קאנסיטוציע.

קריטיקירער פון דעם פרעמיער מיניסטער זאגן אז ער זוכט צו מיליטעריזירן יאפאן, און גייט קעגן אירע גרונד פרינציפן, זיי זאגן אז די יעצטיגע מיסיע פון די שיף איז בלויז ווייל ער זוכט א געלעגנהייט צו אקטיווירן די יאפאנער ארמיי וואס איז שוין נישט אקטיוו אין קיין עכטע אפעראציעס פאר איבער 70 יאר.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל