3 פרויען ארעסטירט איף טעראר קלאגעס אין לאנדאן


בריטישע פאליציי האבן ארעסטירט דריי פרויערן אין לאנדאן, אלס טייל פון אן אנגייעדע קאנטער-טעראר אפעראציע וואס איז געווארן מער אינטענסיוו זינט די טעראר אטאקע פארגאנגענע מערץ פארנט פונעם בריטישן פארליאמענט. פאליציי זאגט אז די מוידן, צוויי 18 יעריגע און איין 19 יעריגע האבן פלאנירט דורכצופירן א טעראר אטאקע און זיי געפונען זיך אין ארעסט פאר אויספארשונגען.

די פאליציי האט פאריגע וואך געשטורעמט עטלכע געביידעס אין מוסלעמענער געגנטער אין לאנדאן, און זענען דערגאנגען אויף אינפארמאציע וועלכע האט זיי געפירט צו די גרופע פרויען. איין מיידל איז געשאסן און פארווואנדעט געווארן דורכאויס די ארעסט, און זי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אונטער פאליצייאישע וואך.

דערווייל האט שוין די בריטישע פאליציי ארעסטירט 10 פארדעכטיגטע אין טעראר זינט די טעראר אטאקע אין מערץ, אבער דערווייל האט מען נאך קיינער פון זיי נישט געברענגט פארנט פון א ריכטער, נאר זיי ווערן פארהאלטן פאר אויספארשונגען.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל