מדינת ישראל באאמטע האבן באשטעטיגט אז אזויפיל ווי 870 פון די פאלעסטינער ארעסטאנטן האלטן נאך אן זייער הונגערס סטרייק אלס פראטעסט איבער פארשידענע באגרעניצונגען וועלכע ווערן ארויפגעלייגט אויף זיין אין די מדינת ישראל טורמע, הויפטזעכליך טוען זיי פארלאנגען מער צייט צו רעדן אויפ׳ן טעלעפאן מיט פאמילע, און אז מען זאל ערלויבן מער באזוכן.

דאס איז די גרעסטע אזא סארט הונגער סטרייק אין פולע יארן, און אין מדינת ישראל הערשט א זארג אז אין פאל אז איינער פון די ארעסטאנטן וועט שטארבן פון הונגער קען דאס ארויסרופן א שטורעם אין די פאלעסטינער באפעלקערונג און אויפוועקן א פרישע רונדע פון געוואלדטאטן.

עטליכע ארעסטאנטן געפונען זיך שוין אין שפיטאל אין א שווערע צושטאנד און ווערן געפיטערט מיט פליסיגקייטן, און ארום 400 ארעסטאנטן האבן אין די לעצטע וואך שוין געבראכן זייער הונגער סטרייק, די סטרייק רופט ארויס פראטעסטן אין די פאלעסטינער געביטן, און אזוי אויך איבער די וועלט.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל