וואשינגטאן – ביזנעס רייזנדע און עירליינס זענען שטארק באזארגט איבער דעם וואס אמעריקע פלאנירט אויסצוברייטערן דעם לעפטאפ פארבאט אויף פליגערס, וויבאלד מ'דארף דעם לעפטאפ קאמפיוטער צו טאן ארבעט. ביזנעס רייזנדע וואס פליען אויף עראפלאנען זאגן אז זיי יאגן אן די מערסטע ארבעט טאקע אויף עראפלאנען, ווייל עס איז שא שטיל, מ'קען נישט נוצן דעם סעלפאון און מ'ווערט נישט געשטערט דורך אנדערע שטערונגען וואס מען האט אין א געווענליכן אפיס. פלי-געזעלשאפטן זארגן זיך אז ביזנעס רייזנדע וועלן אויפהערן פליען אזוי אפט, און זיי זענען די וואס צאלן די גרעסטע פרייזן פאר עראפלאנען טיקעטס. אויך, ביזנעס רייזנדע זענען אומבאקוועם מיט דארפן אריינטשעקן די לעפטאפ קאמפיוטערס אין די רענצלעך צוליב פארשידענע סיבות, מען האט מורא וועגן גניבות, מען האט מורא אז דער לעפטאפ קאמפיוטער וועט צעבראכן ווערן, און אויך פארמאגן לעפטאפ גאר סענסיטיווע ביזנעס סודות וואס מען געטרויעט נישט סתם אריינצולייגן אין א רענצל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל