ניו יארק - די חובות פון אמעריקאנער האט צוריק דערגרייכט א רעקארד הויכער שטאפל אין 17', איבערשטייגנדיג דעם הויכפונקט וואס איז געווען בעפאר דעם טראסק פונעם סטאק מארקעט און דעם האוזינג מארקעט אין 07'-09'. דער פונקט איז אבער אז אמעריקאנער זענען היינט צוטאגס ווייניגער פארשולדיגט אויף מארטגעדזשעס, און מער אויף סטודענט-לאונס. די טאטאלע חובות פון אמעריקאנער איז געווען ביי 12.73 טריליאן דאלאר אינעם ערשטן קווארטאל פון 17', מיט 473 ביליאן דאלאר מער ווי א יאר צוריק. לויט א באריכט פונעם ניו יארק "פעדעראל רעזערוו" באנק, פארגאנגענעם מיטוואך. די טאטאלע חובות איז מיט 14 פראצענט מער ווי 13'. דער פריערדיגער רעקארד איז געווען אינעם דריטן קווארטאל פון 08', וואס דאן איז דאס געווען ביי 12.68 טריליאן דאלאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל