וואשינגטאן – א פעדעראלער אפעלאט געריכט האט אנידערגעשטימט די רעגולאציע וואס די עף-עי-עי האט איינגעשטעלט אין ענדע 16', וואס פארלאנגט יעדן דראון אייגנטימער צו רעגיסטרירן דעם דראון ביי די עף-עי-עי. דער אורטייל איז געווען א זיג פאר דראון ליבהאבער און א צוריקטריט פאר די עף-עי-עי. ארום 760,000 דראון נוצער האבן רעגיסטרירט איבער 1.6 מיליאן דראונס זינט 15' און די סעילס האבן זיך דראמאטיש געהויבן. די עף-עי-עי שאצט אז סתם מענטשן וועלן קויפן 2.3 מיליאן דראונס דאס יאר און 13 מיליאן ביים ענדע פון יאר 20'. סעילס דורך קאמערשל אפערעיטארס, צב"ש פאטאגראפירער, ביז אויל פייפליין און סעלפאון טורעם אייגנטימער, וועט מיינען נאך 10 מיליאן געקויפטע דראונס אין די קומענדיגע 5 יאר. די קלאגע קעגן דער רעגיסטראציע רעגולאציע איז אריינגעגעבן געווארן דורך דזשאן טעילאר, א דראון ליבהאבער אין וואשינגטאן די-סי אומגעגענט. דער אפעלאט קאורט האט איינגעשטימט מיט זיין טענה, אז די עף-עי-עי איז איבערגעשטיגן איר מאנדאט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל