מאנטענא – א שטורעם האט נעכטן ביינאכט אויפגעשאקלט דעם ספעציעלן וואל פארמעסט וואס גייט היינט פארקומען פאר א ליידיגן קאנגרעס זיץ אין מאנטענא, נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט האט געשליידערט א רעפארטער אויף דער ערד. דער קאנגרעס זיץ איז ליידיג געווארן ווען דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן רייען זינקע (Ryan Zinke) האט רעזיגנירט צו קענען אננעמען די פאזיציע פון פעדעראלע אינערן סעקרעטאר אין דער טראמפ אדמיניסטראציע. אינעם פארמעסט לויפן דער רעפובליקאנער גרעג גיאפארטעי (Greg Gianforte) און דער דעמאקראט ראב קוויסט (Rob Quist), און אין לויף פונעם גאנצן פארמעסט איז קלאר געווען אז דער רעפובליקאנער גיאפארטעי גייט געווינען, וויבאלד עס איז א שטארק-רעפובליקאנער דיסטריקט. נעכטן נאכט האט מען געהערט די נייעס, אז דער רעפובליקאנער קאנדידאט גיאפארטעי האט ווילד אטאקירט א רעפארטער און אים אראפגעווארפן אויף דער ערד, נאכדעם וואס יענער האט אים געפרעגט זיין מיינונג איבער'ן קאנגרעס בודזשעט אפיס באריכט אויפן רעפובליקאנער העלט-קעיר ביל. ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זען ווער ס'געווינט למעשה דעם זיץ.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל