וואשינגטאן – נעכטן האט דער אומפארטייאישער קאנגרעס בודזשעט אפיס פובליצירט זייער באריכט איבער'ן רעפובליקאנער העלט-קעיר פלאן, און דער באריכט צייגט אז אויב וועט דער פלאן אריינגיין אין קראפט, וועלן אזויפיל ווי 23 מיליאן אמעריקאנער בירגער פארלירן העלט אינשורענס ביז יאר 026'. דער באריכט צייגט אויך אז אויב דער ביל וועט פאקטיש באשטעטיגט ווערן, וועט עס רעדוצירן דעם פעדעראלן דעפיציט מיט 119 ביליאן דאלער, וויבאלד עס וועט שניידן פון פילע פראגראמען און סובסידיע געלטער וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארטיילט ביז יעצט אונטער אבאמאקעיר. אויך זעט מען פונעם בודזשעט אפיס' שאצונג, אז אינשורענס פרייזן וועלן טאקע פאלן, אבער ארימע און עלטערע וועלן מעגליך זען א העכערונג אין זייערע אינשורענס פרייזן פון 800 פראצענט מער ווי זיי צאלן ביז יעצט. דער בודזשעט אפיס באריכט מאכט אבער נישט אויס, ווייל די רעפובליקאנער אינעם סענאט ארבעטן אויף א גענצליך נייע ווערסיע און נישט אויפ'ן קאנגרעס ביל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל