איטאליע. – א היסטארישע זאמלונג פון מאלערייען פון מנורות איז ארויסגעלייגט געווארן אין רוים, דורך א צוזאמארבעט פון פארשידענע מוזעאומס. עס איז דאס ערשטע מאל וואס די מוזעאומס האבן זיך צוזאמגעשטעלט אויף אזא פראיעקט. עס האט גענומען 3 אהאלב יאר צו ארגאניזירן די אויסלאגע. עס נעמט אריין איבער 130 מאלערייען, אילוסטראציעס און אנדערע שילדערונגען, פון מנורות פון ארום דער וועלט. די עלטסטע אביעקט אויף אויסלאגע, איז דער אזויגערופענער מאגדאלא שטיין, א הערליך קאלירטער גראווירטער בלאק פון שטיין, וואס מ'גלויבט אז ס'שטאמט נאך פון די צייטן פונעם בית שני, וואס דערויף איז אויסקריצט די צורה פון דער מנורה.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל