ניו יארק. – נעכטן האט מען געהערט די גוטע בשורה, אז א היימישע פרוי פון ניו יארק, וועלכע איז פלוצים קראנק געווארן זייענדיג אין ארץ ישראל אויף וואקאציע, האט בחסדי ה' באקומען א לעבער טראנספלענט, נאכדעם וואס כלל ישראל איבער דער גארער וועלט האט מיטגעהאלטן שוין זינט אנהייב וואך די דראמאטישע און שרעקעדיגע אנטוויקלונג. אידן פון איבעראל האבן זיך מאביליזירט ארויסצוהעלפן די פאמיליע, נאכדעם וואס מען האט די פרוי טראנספערירט פון ארץ ישראל צו א שפיטאל אין פאריז, און מ'האט געהערט אז ס'וועט אפקאסטן א האלבן מיליאן דאלער קעש פאר דער פאמיליע צו קענען פינאנצירן דעם אזוי-וויכטיגן לעבער טראנספלענט. אין בלויז דריי טעג זענען אריינגעקומען נדבות פון איבער אכט טויזנט אידן איבער דער וועלט און מ'האט באוויזן אויפצוטרייבן דעם נויטיגן סכום, און דינסטאג אינמיטן דער נאכט איז פארגעקומען דער טראנספלענט.


אצינד ווערט מען געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין לרפואת צארטל בת אסתר חנה, און די וועלכע ווילן נאך ביישטייערן צו דער גרויסער מצוה, קענען אריינרופן: 516-636-0955.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל