איטאליע. – איטאליע האט דורכגעפירט א געזעץ וואס פארלאנגט אז עלטערן מוזן וואקסינירן די קינדער קענען אנשטעקיגע קראנקהייטן, דאס קומט נאך אן אויפשטייג פון מיזעלס פעלער רח"ל אין איטאליע. לויט'ן נייעם געזעץ וועלן קינדער אונטער 6 יאר אלט מוזן אימיוניזירט ווערן צו קענען זיין בארעכטיגט צו גיין אין שולעס. עלטערן וואס שיקן אומוואקסינירטע קינדער אין סקול וועלן אויסשטיין געלט-שטראפן. די באאמטע האבן אנגעוויזן אז דאס איטאליענער פאלק ווערט איבערגעצייגט דורך די העצערייען פון פארשידענע לינקע גרופעס, וועלכע זוכן זיך צו בויען א פלאטפארמע דורך קאמפיינען קעגן וואקסינען באזירט אויף פאנטאזירטע טענות, אז די וואקסינען זענען שעדליך. דאס געזעץ וועט פארלאנגען עלטערן צו וואקסינירן קינדער קעגן א רייע גאר שעדליכע קראנקהייטן, צב"ש פאליא, דיפטעריע, טעטענוס, העפעטייטיס בי., קייך-הוס, העמאפיליאוסיס, און אינפלוענזא טייפ בי.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל