וואשינגטאן – שטייענדיג אין די טעג נאכדעם וואס ס'האט זיך געשטורעמט מיט'ן פאקט אז פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן שפיאנאזש סודות פאר צוויי הויכראנגיקע רוסישע באאמטע וועלכע האבן אים באזוכט אין ווייסן הויז, האט מען נעכטן געהערט א פרישן שטורעם, נאכדעם וואס דער "ניו יארק טיימס" האט אויפגעדעקט א טעלעפאנישן שמועס פון טראמפ מיט א צייט צוריק מיט'ן פיליפינער פרעזידענט ראדריגא דוטארטעי. דער "טיימס" באריכט באציט זיך אויף א טראנסקריפט וואס איז ארויסגערונען פון א טעלעפאנישן געשפרעך צווישן טראמפ און דוטארטעי מיט עטליכע וואכן צוריק, און צווישן אנדערן זעט מען אז טראמפ האט אויסגעלויבט דוטארטעי'ן, אז ער טוט "אן אומגלויבליך גוטן דזשאב" מיט'ן קאמף קעגן דראגס, טראץ וואס פילע מענטשן רעכט גרופעס זאגן אז דוטארטעי'ס טאקטיקן זענען גאר ברוטאל. אויך באריכטעט דער טיימס אז טראמפ האט דערציילט פאר דוטארטעי אז אמעריקע האט געשיקט צוויי נוקלעארע סובמארינען צו די וואסערן פונעם דרום כינע ים, וואס די אויפדעקונג האט באלד געברענגט א שטורעם, מיט דעמאקראטישע פאליטישאנס וועלכע האבן אנגעהויבן פארלאנגען אז מ'מוז דערגיין צי טראמפ האט מעגליך אויפגעדעקט האקעלע אמעריקאנער מיליטערישע סודות.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל