לאנדאן – די בריטישע רעגירונג באאמטע האבן אויסגעדרוקט פארדרוס, פארוואס די אמעריקאנער באאמטע האבן געלאזט ארויסרינען סענסיטיווע אינפארמאציע איבער דער אויספארשונג פון דער מאנטשעסטערער טעראר אטאקע, וואס דאס האט געשטערט די אויספארשונג. די אמעריקאנער נייעס אינסטאנצן האבן ארויסגעגעבן דעם אידענטיטעט פונעם זעלבסטמערדער, סאלמאן אבעדי, שעה'ן בעפאר ענגלאנד האט עס בכלל ארויסגעגעבן. די בריטישע אינסטאנצן האבן ערקלערט אז ענגלאנד וואלט ווען לענגער געווארט מיט ארויסגעבן די דעטאלן איבער דעם זעלבסטמערדער, ווייל זיי האבן געוואלט קודם קלארשטעלן צי ס'זענען דא פארבינדעטע צום טעראריסט, און זאלן יענע נאך מיינען אז די רעגירונג ווייסט נאך גארנישט, וואס אזוי איז דאן גרינגער צו כאפן פארבינדעטע. די בריטישע אינערן מיניסטארשע, עמבער ראד, האט אויסגעדרוקט פארדרוס אויף דעם וואס די אמעריקאנער אינסטאנצן האבן זיך נישט געהאלטן דאס מויל פארמאכט, וואס דאס קומט נישט לאנג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פארציילט פאר די רוסן געהיימע סודות איבער די אייסיס פלענער פאר לעפטאפ באמבעס אויף עראפלאנען, וואס איז געשעפט געווארן פון א שפיאן אינערהאלב דער אייסיס טעראר באנדע.

בילד: סקיי ניוז האָט געוויזן מיטוואָך צוויי סקרינשאַטס פון די סעקיוריטי ווידיאָ וואס פּאָליציי גלויבן אַז עס ווייזט די מאַנטשעסטער באָמבאַדירער. בריטישע באַאַמטע זאָגטן אַז אַ פאַרדערכטיגטע אַמעריקאַנער אַרויסרינונג האָט צושטערט די פּאָליציי אויספאָרשונג
בילד: סקיי ניוז האָט געוויזן מיטוואָך צוויי סקרינשאַטס פון די סעקיוריטי ווידיאָ וואס פּאָליציי גלויבן אַז עס ווייזט די מאַנטשעסטער באָמבאַדירער. בריטישע באַאַמטע זאָגטן אַז אַ פאַרדערכטיגטע אַמעריקאַנער אַרויסרינונג האָט צושטערט די פּאָליציי אויספאָרשונג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל