ענגלאנד. – די בריטישע אויטאריטעטן האבן אנגעהויבן א מאסיוון געיעג נאך דעם נעץ פון טעראריסטן וועלכע זענען געשטאנען אונטער דער ברוטאלער זעלבסמארד אטאקע אין מאנטשעסטער, און ווי די פאליציי האט מיטוואך דערקלערט, האנדעלט זיך פון א נעץ פון טעראריסטן און ענגלאנד איז נאך אלץ אונטער א באלדיגן געפאר פון א טעראר אטאקע. לויט זיי, האט די באנדע געפלאנט נאך טעראר אטאקעס, און זיי גלייבן קלאר אז דער זעלבסמערדער, סאלמאן אבעדי, האט נישט געהאנדעלט אויף דער אייגענער האנט, נאר ער איז געווען א טייל פון א טעראר צעל קליקע וועלכע גרייט זיך אויף נאך אטאקעס. די פאליציי איז אויך שטארק באזארגט, וואס טראץ די זוכענישן האט מען נישט געפונען די באמבע פאבריק פון דער טעראר גרופע.

אינצווישן גייט די פאליציי אן מיט מאסיווע אבלאוועס. אין מאנטשעסטער איז דעם זעלבסטמערדער'ס עלטערער ברודער ארעסטירט געווארן אין זיין היים, אינאיינעם מיט זיין פרוי. נאך עטליכע מיטגלידער פון די ליביער-אפשטאמיגע מוסולמענער אין דער ארטיגער געמיינדע אין מאנטשעסטער, וועלכע האבן געפרעפעלט אינעם זעלבן מעטשעט ווי דער זעלבסטמערדער, זענען אויך ארעסטירט געווארן. אין ליביע האבן די אינסטאנצן ארעסטירט דעם יונגערן ברודער פונעם זעלבסטמערדער טעראריסט, וועלכער וואוינט דארטן מיט זיינע עלטערן, וועלכע האבן זיך אין 11' אומגעקערט קיין ליביע כדי צו קעמפן קעגן קאדאפי, וועלכער האט געזוכט צוריק צו פארכאפן די מאכט דורך ברוטאלע באמבארדירונגען, נאכדעם וואס ער איז אומגעווארפן געווארן פון דער מאכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל