גוטע נייעס פאַרן גאָווערנער. ווי עס זעהט אויס טוט זיך אויסצאָלן זיינע ענדלאָזע פרואוון צו געפעלן פאַר די ניו יאָרקער איינוואוינער. אַ פרישע אַנקעטע צייגט אַז ער געניסט פון שטאַרקע פּאַפּולאַריטעט צווישן ניו יאָרקער, מיט אַזויפיל ווי 61% וועלכע האַלטן אַז ער טוט אַ געלונגענע אַרבייט, לויט אַ סיענע קאַלעדש אַנקעטע, דאָס איז מיט גאַנצע 7 פּונקטן העכער פון פאָריגן מאָנאַט ווען בלויז 54% האָבן אַזוי געענטפערט. צווישן דעמאָקראַטן געניסט ער פון אַרום 75%, און פון זעלבסשטענדיגע וויילער פון אַרום 58%. דאָס ברענגט אויף פון פריש די מעגליכקייט אַז דער גאָווערנער איז אַ וואַרשיינליכער קאַנדידאַט פאַר די בעפאָרשטייענדע 2020 פּרעזידענטליכע וואַלן אויף די דעמאָקראַטישע טיקעט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל