5 ״וויכטיג מאַכערס״ אין וואַשינגטאן זענען אַרעסטירט געוואָרן נאָכדעם וואָס זיי זענען געוואָרן פאַרמישט אין אַ שווינדל. זיי ווערן באַשולדיגט אין נוצן אינעווייניגסטע אינפאָרמאַציע פון די העלט דעפּאַרטמענט פאַר פּערזענליכע אינטערעסן דורכ׳ן אינוועסטירן אין פירמע׳ס וועלכע זיי האָבן געוויסט פון באַאַמטע אינעם דעפּאַרטמענט אַז זיי גייען אַרויפגיין אין ווערט נאָכדעם וואָס זייערע פּראָדוקטן ווערן באַשטעטיגט דורך די דערפּאַטמענט אין אַזוי ווייטער, אַ פּראַקטיק וועלכע רופט זיך ״אינסיידער טרעדינג״ און איז שטרענג פאַרבאָטן און שטראָפבאַר. צווישן די אַרעסטירטע געפונען זיך אַ פּאָליטישער ראַטגעבער, אַ געוועזנער באַאַמטע אינעם דעפּאַרטמענט, און נאָך 3 געוועזענע רעגירונג איינגעשטעלטע. זיי האָבן אַלע געאַרבעט פאַר אַ העדש פאָנד וועלכע האָט אינוועסטירט אין פירמעס אין די פעלד פון געזונטהייט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל