די פירמע ״מאָדי׳ס״ איז אַ אינטערנאַציאַנאַלע אַנערקענטע פינאַנציעלע אינסטיטוציע וואָס טוט געבן אַ צייכן פאַר יעדע לאַנד איבער די וועלט ווי פאַרלעסליך זי איז, און וויפיל אירע באָנדס זענען ווערט. דאָס איז אַזוי ווי א פּריוואַטע מענטש האָט אַ ״קרעדיט סקאָור״ וואָס רעכנט צוזאַם זיין איינקונפט, היסטאָריע פון באַצאָלן חובות, און אַזוי ווייטער. דאָס זעלביגע טוט די פירמע מיט לענדער, און טוט זיי געבן צייכן ווי געזונט און פאַרלעסליך זייער מאָנאַטאָרישע צושטאנד איז, און אויב עס לוינט זיך צו אינוועסטירן און זיי פאַרבאָרגן געלט.

אַצינד האָט די פירמע - צום ערשטן מאָל אין 30 יאָר - גענידערט די צייכן פון כינע, אָנגעבנדיג אַ שאַצונג אַז די כינעזער עקאָנאָמיע איז אויפ׳ן וועג אַראָפּ, נאָך צענדליגע יאָרן פון נאָכאַנאַנדע וואוקס. די צייכן איז אַראָפּ פון A-1 צו AA3. צו דעם שאַצונג האָט די פירמע אויך צוגעלייגט די פאַקט אַז די כינעזער עקאָנאָמיע איז באַזירט צו פול אויף קרעדיט, און אויב זי באַווייזט נישט צו אַנהאלטן די וואוקס וועט זי נישט קענען צוריקצאָלן די חובות וואָס קען אַריינווארפן די עקאָנאָמיע אין אַ קריזיס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל