דאָס ווייסע הויז האָט געמאָלדן אַז דער פּרעזידענט האָט נאָכנישט באַשלאָסן איבער זיין פּאָזיציע ווען עס קומט צו די פראַגע אויב אַמעריקע זאָל זיך האַלטן פאַרפליכטעט צו די אינטערנאַציאַנאַלע היסטאָרישע אָפּמאַכן וועלכע זענען געשלאָסן געוואָרן אין פּאַריז, און ער וועט נעמען אַ באַשלוס ווען ער קומט צוריק פון די דשי-7 סאָמיט.

אין זיין באַזוך היינט אינעם וואַטיקאַן האָט דער פּויפּסט געגעבן פאַר׳ן פּרעזידעט אַ געשריבענע ביטע אין וועלכע ער רופט פאַר מער שריט צו באַשיצן די קלימאַט, אַ שריט וועלכע ווערט געזען ווי אַ ביטע פונעם פּויפּסט צום פּרעזידענט צו רעספּעקטירן די היסטאָרישע אָפּמאַכן וועלכע זענען געשלאָסן געוואָרן אין פּאַריז. אויך וועט דער פּרעזידענט אויסשטיין דרוק פון די וועלט פירער אין די דשי-7 סאָמיט אַז ער זאָל נישט אַרויסטרעטן פון דעם אינטערנאַציאַנאַלן אָפּמאַך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל