דעמאָקראַטן אין קאָנגרעס וועלכע דינען אויף די קאָמיטע וועלכע פאָרשט אויס אָנגעבליכע פאַרבינדונגען צווישן די טראָמפּ קאָמפּיין און רוסלאַנד, האָבן צוגעשיקט אַ פאַרלאַנג צו די ׳דוישטע באַנק׳ אין וועלכע זיי פאַרלאַנגען אַ איבערזיכט אויף די ביזנעס קאַנטעס פונעם פּרעזידענט, אין אַ פּרואוו צו דערגיין אויב דער פּרעזידענט האָט באַקומען פינאַנציעלע טובות פון פירמעס אָדער אינדיווידועלן וועלכע זענען פאַרבינדען צו די רוסישע רעגירונג. אין די בריוו צו די פאָרזיצער פונעם באַנק שרייבן די 5 קאָנגרעסלייט אַז זיי ווילן וויסן אויב הלוואות וועלכע די באַנק האָט געגעבן פאַר טראָמפּ איז געקומען מיט אַ גאַראַנטי פון ביזנעסלייט אין רוסלאַנד.

די דויטשע באַנק איז שוין אונטער אויספאָרשונג אין די קאָנגרעס פינאַנציעלע איבערזיכט קאָמיטע צוליב אַנדערע פינאַנציעלע מיסברויכן וועלכע די באַנק האָט דורכגעפירט, און האָבן שוין געדאַרפט צאָלן אַ שטראָף פון 630 מיליאָן דאָלער, און די קאָנגרעסלייט האָבן אַצינד געבעטן פונעם באַנק אַז זיי זאָלן צושטעלן אינפאָרמאַציע וועלכע קען זיין רעלעוואנט פאַר די אויספאָרשונג איבער רוסלאַנד.

טראָמפּ איז אַצינד שולדיג פאַר די דויטשע באַנק אַרום 350 מיליאָן דאָלער, און די קאָנגרעסלייט שרייבן אַז די באַנק האָט ווייטער געגעבן פאַר די פירמע הלוואות אויך נאָכדעם וואָס ער האָט נישט צוריקגעצאלט פריערדיגע מאָרגעדשעס, און דעריבער ברענגט עס אויף פאַרדאַכטן. עס איז נישט קלאָר אויב די באַנק איז לעגאַל פאַרפליכטעט צו צושטעלן די אינפאָרמאַציע וויבאַלד עס איז בלויז אַ פאַרטייאישע פאַרזוך און ווערט נישט געשטיצט דורך די מערהייט פון די קאָמיטע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל