טראָץ וואָס די צוויי זענען נישט קיין גוטע פריינט, האָט אָבער דשעראַד קושנער פאַרשטאַנען אַז נאָר דער ניו דשערזי גאָווערנער וועט קענען העלפן דעם פּרעזידענט אַרויסקריכן פון דעם לעגאַלן פּלאָנטער וואָס ער האָט זיך אַריינגעלייגט זינט ער האָט אָפּגעזאָגט קאָומי. באַריכטן זאָגן אַז קושנער - אַ לאַנגיעריגער פיינט פאַר קריסטי - האָט זיך געוואָנדן צום גאָווערנער, וועלכער האָט שטאַרקע לעגאַלע ערפאַרונג, סיי אַלס פּראָקוראָר און סיי אין ליכט פון זיין פּערזענליכע פּראָבלעמען וואס ער איז אַריבער, און האָט אים געבעטן הילף און ראַט איבער וואָס דער פּרעזידענט זאָל טון.

ווי באַריכטעט איז עס געווען קושנער וועלכער האָט זיכער געמאַכט אַז קריסטי באַקומט נישט קיין פּאָזיציע אינעם ווייסן הויז, און אַזוי אויך האָט ער אים באַזייטיגט פון די טראַנזיציע שטאַב, אָבער ווי קריסטי האָט געזאָגט אין די פאַרגאַנגענהייט ״איך גלויב אַז ווען עס וועט זיך מאַכן פּראָבלעמען אין ווייסן הויז וועט דער פּרעזידענט בעטן מיין הילף״, און ווי עס זעהט אויס איז די צייט געקומען. לויט אומבאַשטעטיגטע באַריכטן שטייט דער גאָווערנער אין קאָנטאַקט מיט׳ן ווייסן הויז צו העלפן אַרויסקריכן פון די לעצטערע סקאַנדאַלן.

לויט די באַריכטן טוט קריסטי העלפן צוזאַמענשטעלן אַ לעגאַלע שטאַב וואָס זאָל באַגלייטן דעם פּרעזידענט אין פאַל ער נויטיגט זיך אין לעגאַלע הילף פון דרויסענדיגע עקספּערטן וועלכע אַרבייטן נישט פאַר די פעדעראַלע רעגירונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל