די טעראָר אַטאַקע אין מאַנטשעסטער איז געקומען אין ברען פון אַ היציגע וואַל קאַמפּיין אין וועלכע דער פּרעמיער מיניסטאָרשע טעריסאָ מעי זוכט צו באַפעסטיגן איר מאַכט און אַריינברענגען מער זיצן אין פּאַרליאַמענט פאַר איר פּאַרטיי, די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי. אין די לעצטע טעג בעפאָר די אַטאַקע האָט אויסגעזען אַז זי האָט געמאַכט אַ סטראַטעגישע פעלער און די אַרבייטער פּאַרטיי אונטער דזשערעמי קאָרבין וועט גאָר אַרויסקומען געשטאַרקט פון די וואלן, אָבער ווי פאַרשטענדליך טוט די טעראָר אַטאַקע טוישן דאָס בילד. די פראַגע איז נאָר צו וועלכע זייט.

זינט די אַטאַקע האָבן ביידע פּאַרטייען אָפיציעל אָפּגעשטעלט די פּאָליטישע קאַמפּיינען, אָבער די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי האָט געמאָלדן אַז דעם פרייטאָג הייבן זיי צוריק אָן די געהעריגע קאַמפּיין סקעדשועל, וואָס באַדייט אַז די פּרעמיער מיניסטאָרשע וועט אַרומפאָרן קאַמפּיינען און געבן קאַמפּיין רעדעס איבער ענגלאַנד.

עקספּערטן טוען יעצט אַנאַליזירן וויאַזוי די אַטאַקע וועט באַיינפלוסן די וואַלן. פון איין זייט איז זיכער אַז די לעיבאָר פּאַרטיי - וועלכע ווערט געזען שוואַך איבער טעראָר - וועט פאַרלירן שטיצע צוליב דעם, אָבער די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי, וועלכע נעמט אַ האַרטע ליניע איבער טעראָר וועט וואַרשיינליך פאַרדינען. אָבער עס איז אויך פאַרהאַן אַ ריזיקע אַז זי קען פאַרלירן שטיצע צו מער עקסטרעמע פּאַרטייען, אַ שטייגער ווי ״יוקיפ״, אַ עקסטרעם רעכטע פּאַרטיי וואָס איז שוין כמעט אַראָפּ פון די מאַפּע, אָבער זוכט יעצט צו אויסנוצן די אַטמאָספער פון שרעק צו שפּילן אויף די געפילן פון די בריטישע וויילער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל