אַמעריקאַנער אויספאָרשער וועלכע געבן זיך אָפּ מיט צוזאַמענשטעלן דאָס בילד איבער די מאָטיוון און טאַקטיקן פון דעם טעראָריסט וועלכער איז געשטאַנען אונטער די מאַנטשעסטער אַטאַקע האָבן איבערגעגעבן אַז דער טעראָריסט האָט פאַרוויילט אין ליביע מיט זיין פאמיליע, און האָבן איבערגעגעבן די אינפאָרמאַציע פאַר די בריטישע שפּיאָנאַזש. אויך האָבן אַמעריקאַנער אויספאָרשער געזאָגט אַז ער איז מעגליך אויך געווען אין די דערנעבנדיגע טוניזיע ווי ער איז מעגליך אַריבער מושטירונגען דורך לאָקאַלע טעראָר גרופּעס.

דער טעראָריסט - סאַלמען אַבעדי - האָט זיך אומגעקערט קיין ענגלאנד בלויז געציילטע טעג פאַר די אַטאַקע, און די אויספאָרשער פּרובירן יעצט צו דערגיין מיט וועמען ער האָט זיך געטראָפן דורכאויס זיין באַזוך אין אויסלאנד, און וויאַזוי ער איז ראַדיקאַליזירט געוואָרן. אויך האָט מען געהערט פון בריטישע אויספאָרשער אַז אַבעדי איז געווען ״אונטער די ראַדאַר״ פון די בריטישע שפיאָנאַזש דינסט, אָבער האָבן נישט אָנגעגעבן מער, און פאַרוואָס ער איז געווען פאַרדעכטיגט.

דער פאָטער פונעם טעראָריסט, וועלכער וואוינט יעצט אין ליביע, האָט געזאָגט פאַר די פּרעסע אַז זיין זון איז אומשולדיג, און אַז ער איז וואַרשיינליך ״אַריינגעכאַפט״ געוואָרן אין אַ טעראָר נעץ. אויך האָט ער געזאָגט אַז ער האָט באַקומען אין זיין פאַמיליע אַ ערציאונג וועלכע ״ערלויבט נישט צו מאָרדן אומשולדיגע מענטשן״. אָבער אויטאָריטעטן אין ליביע האָבן געזאָגט פאַר די פּרעסע אַז דער פאָטער איז אייגנטליך נישט אזוי אומשולדיג און איז אַליין געווען אַ מיטגליד אין טעראָר גרופּעס אין די פאַרגאַנגענהייט, און איז נאָך אַ טעראָר סימפּאַטיקער ביז היינט. אזוי אויך הערט מען אַז פּאָליציי אין ענגלאַנד האָט אַרעסטירט אַ ברודער פונעם טעראָריסט און נאָך עטליכע פאַמיליע מיטגלידער, און ווערן פאַרהאַלטן ביז דאָס בילד קלאָרט זיך אויס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל