ניו יארק - אן איינוואוינער פון לאנג איילענד האט אנגעקלאגט די "אובער" פירמע, וועלנדיג פארוואנדלען די קלאגע אין א קלעס-עקשאן לאו סוט אנקלאגע, טענה'נדיג אז די פירמע טוט ארויסשווינדלען געלט פון מענטשן. דער סיסטעם גייט, אז מענטשן קענען אויסקלויבן צו זען דעם פרייז פון פאראויס, דאס רופט זיך אפ-פראנט פעירס. עס שטעלט זיך ארויס אז אלץ צאלן מענטשן מיט 2 דאלאר מער. צב"ש אויב דער סיסטעם שאצט אז די רייזע וועט קאסטן 12 דאלאר, וועט דאס צום סוף קאסטן 14 דאלאר. דאס איז ווייל דער סיסטעם באזירט דעם ביליגן פרייז אויף וועגן וואס דרייווערס נעמען געווענליך נישט. דאס קומט נאך א לעצטיגע פארשונג פון די ריידשעיר גרופע וועלכע האט געצייגט אז "אובער" באשווינדעלט האלב פון אירע טעגליכע 250,000 רייזנדע אין ניו יארק סיטי, מיט דעם 2 דאלאר צוגאבליכן אפצאל.

"אובער" איז אנהויב וואך באזונדערס אנגעקלאגט געווארן פאר'ן באשווינדלען אירע דרייווערס, דורך אראפרעכענען אירע אפצאלן, בעפאר אראפרעכענען שטייערן און אנדערע סורדזשארדזשעס, וואס האט געמאכט אירע פראצענט פארדינסטן גרעסער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל