ניו יארק. - א ניו יארקער דארף פארדינען 95,729 דאלאר א יאר זיך צו קענען ערלויבן צו זיין א היים אייגנטימער אין ניו יארק סיטי. דער ניו יארק מעטרא עריע, איז די פערטע טייערסטע האוזינג מארקעט אין אמעריקע. די איינציגסטע ערטער אין אמעריקע וואס זענען טייערער זענען דער סאן פראנציסקא בעי געגנט ($161,100), סאן דיאגא ($111,665), און דרום קאליפארניע ($98,542). די קומענדיגע טייערסטע נאך ניו יארק איז געווען באסטאן, וואו מען האט געמוזט פארדינען $91,000 א יאר זיך צו קענען ערלויבן א דירה. דער ניו יארק מעטרא ראיאן איז פון די גרעסטע מעטרא ראיאנען אין אמעריקע, ארייננעמענדיג לאנג איילענד, ראקלענד, פוטנאם און אראנדזש קאונטיס. עס נעמט אויך אריין פילע ניו דזשערזיער קאונטיס. דער באריכט איז ארויסגעקומען פון דער עיטש-עס-עיטש פירמע, וואס רעכנט אויס אז זיך צו ערלויבן א דירה, דארף מען אראפלייגן א 20 פראצענט דאון פעימענט, און אז נישט מער ווי 28 פראצענט פונעם געהאלט דארף גיין פאר די דירה קאסטן.

הוסף רשומת תגובה